![(ואני) סלבודקה - Slobodka (Vaani) ft. Yidi Bialostozky & Mendy Hershkowitz Band](https://source.boomplaymusic.com/group10/M00/01/20/6e65dde0023e4f6196ce6b4e7679960fH3000W3000_464_464.jpg)
(ואני) סלבודקה - Slobodka (Vaani) ft. Yidi Bialostozky & Mendy Hershkowitz Band Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2024
Lyrics
ואני, און איך יעקב
ווען נישט אז דער איד איז זיך מטריח פאר מיין תורה
וואלט איך קיין ראש ישיבה היינט נישט געווען
נאר וואס דען
בבואי, איך בין דער צווייטער בחור וואס איז קיין סלבודקה געקומען
און דעם איד'ס שטיצע האט מיך דארט גענומען
און קוק וואס דורך דעם איז געשען
ס'איז אלעס אדאנק דעם איד'ס ברען
וועסטו וועלן מיינען אז א איד'ס שטיצע פריוואט
האט נישט די ברירה אנצוקומען צו ווייט
אבער קוק און זעה וואספארא זכות דער איד האט געהאט
הפצת התורה איבער די גאנצע וועלט כמעט
מיר האבן היינט אט דעם זכות פון קויפן א חברותא
העלפן די סלבודקה אינגעלייט וואס זענען מקיים דעם בו והגית
מיט דחקות און עמלות שפירן זיי אין תורה דעם טעם דעם זיסע
לאמיר זיי העלפן יהמו נא רחמיך וחוסה
און דאס איז אונזער שאיפה און פליכט אין די יעצטיגע סביבה
זיך באהעפטן און העלפן דעם גדול בישראל, דעם ראש ישיבה
וואס איז ווי א טאטע צו אונז קינדער, חזו בני חביבי
מיטן עפענען אונזער הארץ ברוח וביד נדיבה