![(תקע) סלבודקה - Slobodka (Tekah) ft. Yidi Bialostozky & Mendy Hershkowitz Band](https://source.boomplaymusic.com/group10/M00/01/20/6e65dde0023e4f6196ce6b4e7679960fH3000W3000_464_464.jpg)
(תקע) סלבודקה - Slobodka (Tekah) ft. Yidi Bialostozky & Mendy Hershkowitz Band Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2024
Lyrics
אין מינסק אין מיין געשעפט
צופיל צייט צו לערנען קוים מ'טרעפט
איז מיר בייגעפאלן א מחשבה א זיסע
איך וועל זוכן בחורים צוויי
וואס שטייגן אין תורה ווילן זיי
איך וועל זיי שטיצן - און ס'איז כאילו איך טו זיצן - און לערן מיט זיי בחברותא
איך טרעף צוויי למדנים אין די סביבה
וואס ווילן פארן צום סלבודקה ישיבה
איך גיב זיי דאס געלט, ס'א נסיעה פון 400 מייל
איך גיב זיי מיין מעשר יעדע חודש
זיי שטייגן בלימודי קודש
אלס א זכיה איך נעם-עס – איך זאג אייך נאר דעם אמת – איך ווייס נישט וואו זיי זענען היינט בכלל
מיין הארץ ווערט ווייעך-שוין
יעצט פארשטיי-איך-שוין
איי ווי חשוב איר זענט
זיך דערמאנען זייערע נעמען אפשר איר קענט
און איך וועל פראבירן, זיך אינטערסירן
איבער די בחורים צוויי
זאגט מיר נאר ר' איד, וויאזוי געהייסן האבן זיי
שוין אריבער יארן, און מיין זכרון, פירט זיך שוין נישט אויף מיט שיינעם
איך געדענק בלויז דעם נאמען פון איינעם,
אויב איך טו זיך נישט נארן – האט ער געהייסן אהרן
יא! איך דערמאן זיך יעצט!
'קאטלער' איז געווען זיין נאמען דעם לעצט
קאטלער?? "רעב" אהרן קאטלער
צו ווייסט איר וואספארא כח התורה איז ארויס אדאנק אייער געלט
ר' אהרן קאטלער פירט היינט איינס פון די גרעסטע ישיבות אויף די וועלט
אדאנק דעם – וואס דו האסט אים – קיין סלבודקה געשיקט
א גאנצע וועלט פון תורה ווערט באגליקט