Reb Zundel Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2023
Lyrics
מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט
זיצט ביים אלטן מאשינדל
אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל
קוים פרנסה פון דעם ער טרעפט
עס קלעקט אויף ברויט און רינדל
מיט חובות גרויס איז פול די העפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל
א שטילער איד פון זיך גארנישט מאכט
קליינווארדיין איז זיין שורש
פון טאטע, מאמע, ברידערלעך אכט
געבליבן דער איינציגער יורש
מענגעלע זעט א בחור'ל עכט
פיפיג ארויס פון חדר
Ich kann dich benutzen געשיקט אויף רעכט
נייען נאצישע קליידער
אריבער דעם ים צו דעם גאלדענעם לאנד
א לעבן וואו אלעס איז גוט
קלייבט אויס אן ארבעט וואס אים איז באקאנט
די פאך פון קלייד און שניט
ער פלאגט זיך גאר שווער, דאך ער זעט נעבעך שאדנס
פארט ביים דאווענען פארגעסט פון די שטאפן
ער שלעפט ער שבת אראפ זיינע לאדנס
כאטש יעדער האלט עס אפן
מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט
זיצט ביים אלטן מאשינדל
אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל
א שמייכל, א רואיגקייט, ביי אים מען טרעפט
און אזוי איז ער מגדל זיין געזונדל
מיט תמימות גרויס איז פול די העפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל
איין גרינעם דינסטאג ביי מנחה ער דאווענט אין זיין
סידור דעם אלטן דעם געלער
אין שול ערשיינט א רעגירונג'ס מאן
און זוכט אויף זונדל דער טעילאר
לויף צום געשעפט, עפן אויף דיין טיר
מיין אויבערהאר וויל מיט אייך שמועסן
דרינגענד וויל ער א מקח מיט דיר
אויף מיליטערישע בגדים שליסן
ר' זונדל ער ווייזט אים אהא, נא נא
דו זעסט נישט איך האלט אינמיטן דאווענען
איך וועל זיין אין געשעפט ביז א האלבע שעה
געשעפטן, דאן, וועל איך פראווענען
צעמישט און געפלעפט גיבט דער מאן צו פארשטיין
אן אפפ'ער איינמאל אין הונדערט דורות
איר קענט שליסן א מקח מיט אמעריקע אליין
ר' זונדל ענטפערט אים נא, נא... פיטום הקטורת
ר' איד, דאס איז נישט קיין קינדערשפיל
איר קענט אלע חובות אפווישן
איך פרעג אייך נאך איינמאל, צי ווילט איר דעם דיעל
אדער גיי איך צו א קאמפאטישן
ס'אן אוצר פון געלט, צי פארשטייט איר דעם פאקט
טוט דער מאן נאך איינמאל באטאנען
איר ווארפט אוועק א רעגירונג'ס קאנטראקט
מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנען
ר' זונדל ער ווייזט אים אהא, נא נא
אין בין אין מיינע תפילות מכוון-יעצט
אשרי יושבי ביתך
אין געשעפט גיי איך באלד. איך דאווען יעצט
שמונה עשרה ער טרעט
ער ענדיגט זיין געבעט
און רואיג אין געשעפט ער גייט צוריק
נא מענדי,מענדי מענדי
דא ענדיגט זיך די... דאס איז די מעשה
מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט
זיצט נאכאלץ ביים אלטן מאשינד'ל
א שיינענדער גלאנץ אין די אויגן מען טרעפט
פון אונזער סוחר ר' זונדל