Di Chanukah Licht די חנוכה ליכט ft. Shir V'shevach Boys Choir Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2024
Lyrics
די חנוכה ליכט
באלייכטן די נעכט
דערמאנען אונז פון די נסים דעי.
די וואונדער פון אמאל
ביי אונז, כלל ישראל
בימים ההם בזמן הזה.
די חנוכה ליכט
ווייזן אז קיין שלעכט
קען פאר אונז אידעלעך געשען.
עמדת להם
אין יעדן שווערן קלעם
היינט ווי פונקט אמאל געווען.
שעשית לאבותינו בימים ההם, בימים ההם
בימים ההם בזמן הזה,
במהרה בימינו אין ירושלים, אין ירושלים
וועט מען צינדן די מנורה דעי.
מעוז מעוז צור
ביים פענסטער און ביים טיר
הנרות הלל קודש הם,
מעוז מעוז צור
מיט דריידלעך שפילן מיר
א ליכטיגקייט ברענגט עס אונז אהיים.
די חנוכה ליכט
מיין קינד, דו ביסט גערעכט
עס שרייט אויס מיט א געשריי.
אז אין יעדן זמן
א גיבור קענסטו זיין
און רופן מי לה אלי!
אפילו שוואך און קליין
דאך הייליג און ריין
באשיצט ווי דאס קריגעלע אויל.
די שיינקייט און געזאנג
עס ברענט אויף יארן לאנג
ולך עשית שם גדול.
שעשית לאבותינו בימים ההם, בימים ההם
בימים ההם בזמן הזה,
במהרה בימינו אין ירושלים, אין ירושלים
וועט מען צינדן די מנורה דעי.
מעוז מעוז צור
ביים פענסטער און ביים טיר
הנרות הלל קודש הם,
מעוז מעוז צור
מיט דריידלעך שפילן מיר
א ליכטיגקייט ברענגט עס אונז אהיים.