![Volunteers](https://source.boomplaymusic.com/group10/M00/09/08/bb49f7b168474c989eafc4bdbb2a54bf_464_464.jpg)
Volunteers Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2023
Lyrics
טאג און נאכט מ'זעט זיי לויפן
אויף אזא געטרייע אופן
וויליג אין יעדע שוועריגקייט
קיינער בעט-נישט
קיינער הייסט-נישט
קיינער זעט-נישט
קיינער ווייסט-נישט
דאך אין פייער מען גייט
די הצלה וואלאנטירן
ווען נאר עפעס טוט פאסירן
גייען זיי ארויס פון אייגן וועג
אויכעט שומרים און שמירה
מיט די וואלאנטירן אירע
פיר און צוואנציג שעה און זיבן טעג
וואלאנטירן אן קיין נעמען
העלפן אידן אין פראבלעמען
פרעגן נישט ווען און ווער
עסקנים און בעלי חסדים
שיצן אידן פון פחדים
בלויז ווייל א איד גייט שווער
נישט פאר געלט, נישט קיין דאנק
נישט פאר כבוד און געזאנג
דאך זיי לויפן איבעראל
ווען איך זעה זיי קומען גייען
הער איך ווי די לעמפלעך שרייען
מי כעמך ישראל
קליינע גרויסע מענטשן
מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן
די וואלאנטירן
וואס טוען מארשירן
הארציג באצירן אונזער וועלט
קליינע גרויסע מענטשן
לאמיר זיי דאנקן און בענטשן
מיט פולן אחריות
אידן געטריי-איז
יעדער פון זיי-איז דאך א העלד
טראגן ברענגן פאסאנדזשירן
טוען חסד וואלאנטירן
אן וויסן ניטאמאל ווער יענער איז
וואלאנטירן פון חברים
לויפן אן קיין שום הסברים
מאכן דיר נאך שפירן אז ער מוז
טאנצערס קומען שפרינגען
פון מקימי קומט מען זינגען
אלעס אן זיין מקבל פרס
דער פילט אן דעם ביקור חולים
עסן טרינקען פארן עולם
ווער דאס איז, ווייסט קיינער אין גאס
וואלאנטירן אן קיין נעמען
העלפן אידן אין פראבלעמען
גיבן אויף דעם זיך אליין
טראגן, ברענגן, שלעפן, פירן
זארגן, פרעגן, אינטערסירן
כאטש זיי קענען רואיג זאגן ניין
דער גייט וואשן, דער גייט קאכן
דער פאררעכט וואס איז צובראכן
שטילערהייט העלפט א אידיש הויז
דער א מנין ביי א קבורה
אייגן רצון און בחירה
וויאזוי איך הייס? מאכט נישט אויס
די קליינע גרויסע מענטשן
מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן
די וואלאנטירן
וואס טוען מארשירן
הארציג באצירן אונזער וועלט
קליינע גרויסע מענטשן
אן קיין פאמפע, גערודער און עטענשאן
מיט פולן אחריות
אידן געטריי-איז
יעדער פון זיי-איז דאך א העלד
ס'איז דא אזוי פיל ארגאניזאציעס פון א ביז ת
א-ויסגעלאזט
ב-לי
ג-וזמא
ד-אונארס
ה-עלפערס
ו-ויזיטארס
ז-וכן פארלוירענע מענטשן
ח-תונה מאכן אנדערע
ט-וערס
י-ועצים
כ-ל מיני
ל-ייסטונגען
מ-תן בסתר
נ-ירן טרענספלענט'ס
ס-עודות שבת ויו"ט
ע-צות
פ-דיון שבוים
צ-דקות
ק-שרים
ר-פואות
ש-פיטעלער
ת-פיסות
קליינע גרויסע מענטשן
קליינע גרויסע מענטשן
אזוי פיל
קליינע גרויסע מענטשן
מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן
די וואלאנטירן
וואס טוען מארשירן
הארציג באצירן אונזער וועלט
קליינע גרויסע מענטשן
לאמיר זיי דאנקן און בענטשן
מיט פולן אחריות
אידן געטריי-איז
יעדער פון זיי-איז דאך א העלד