
Mochel Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2023
Lyrics
ער האט זיך געיאגט
זיין טאכטער ער טראגט
צום דאקטאר ער זאל איר כימא געבן
זי זיצט נעבן אים
און טאקע פארדעם
דרייווט ער שנעל צו שיצן איר לעבן
באמערקט נישט אז פארנט פון אים, א באס שטעלט זיך אפ
און קליינע קינדער קומען פון חדר אראפ
ער פארט אריין מיט שנעלקייט, זיך נישט געכאפט
און א קליינע אינגעלע אראפגעקלאפט
א צער א טאטאלע
די געוויין פון אלע
וואס טוען די מיטה באגלייטן
א פאליציי אפיציר
קלאפט אויפ'ן טיר
פון דרייווער, און בינדט אים אין קייטן
ער ווערט ארעסטירט אויף מערדעריי
די גאנצע גאס פון פענסטער קוקן זיי
די טאכטער זיינע קען נישט קומען צו זיך
מיין טאטע איז שולדיג, וועגן מיך
עס קומט אן די זמן
מען ברענגט אים אריין
אין געריכט-הויז, מיט די תפיסה קליידער
זיצט דארט יעדער צוזאמען
אויך די טאטען און מאמען
וואס האבן פארלוירן זייער קינד נאך חדר
זייערע אויגן רויט פון שלאפלאזע נעכט
יעצט קומט א פסק געאורטיילט מיט רעכט
דער שופט גייט דעם מערדער אט אנקלאגן
אבער דער טאטע פונעם אינגעלע וויל עפעס זאגן
די ווענט וויינען מיט
דער טאטע ער טוט
אויסשרייען זיין טיפע קלעמעניש
וואס האסטו געטון
צוגענומען מיין זון
צו א פלאץ פון וואו צוריקברענגען קען-מען-נישט
ער שרייט מיט טרערן: שופט הער מיך אויס
איך בעט דיך, לאז אים ארויס
וואספארא טובה וועט זיין פאר מיין קינד'ס נשמה
אז איך שיק א מענטש אין תפיסה בלויז פאר נקמה
עס ברענגט נישט צוריק מיין קינד פונדערווייטן
פונקט ווי איך דארף מיין קינד, דארף א קינד איר טאטן
גענוג אז איין שטוב איז צובראכן, וואס דארף מען צוויי
איך בעט דיך שופט, לאז אים פריי
נאס זענען אלע געזיכטער
אפילו דער ריכטער
פארווישט א טרער וואס פאלט אומגעבעטן
די טאטעס גיבן זיך די הענט
עס וויינען די ווענט
דער נאסער שופט טוט אויפטרעטן
איך בין א איד, און איך וועל זיך צום וועג אומקערן
ווייל איך האב נאך אזא ותרנות קיינמאל געזען
זיי מיר אויך מוחל, טאטע, בעט ער מיט טרערן
אזויווי דער טאטע האט מוחל געווען