Yakel Melamed Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2023
Lyrics
ר' יעקל סאמעט
א מלמד
מחנך תלמידים אין קלאס
חזר'ן און טייטלען
נישט בטל'ען
א רגע, חלילה וחס
דערפאר איז א וואונדער
ביי די קינדער
אז דער רבי גייט ארויס אין האל
בלייבט שטיין ביים שוועל
ער הייבט אויף זיין סעל
און מאכט גאר א טעלעפאן קאל
דער מנהל ער זעט אים
און בעט אים
דו ביסט שוין דא דרייסיג יאר
און לויט ווי איך קען דיר
ס'ברענט דיר
ביטול תורה אפילו א האר
פרעגן איך מו-דיך
א שידוך
צו חלילה איז איינער אוועק
וואס איז דער באדייט
צי איז אלעס אל-רייט
ווייל דו קוקסט אויס בלאס פון שרעק
מיט א רואיגן שמייכל ער מאכט עס אוועק מיט דער האנט
ס'איז מאנטאג פאר פסח, און איך האב מיך פלוצלינג דערמאנט
אז אין שטוב אנגעזאגט האט מען מיר
צוריק מיט אפאר טעג פריער
אז מאנטאג פאר פסח ווארפט מען די אלטע שטאפיר
שוין דרייסיג יאר איך שפאר אפ געלט אין דער זייט
שווערע אלפים עס ליגט אין אן אלטן כאלאט
און קיינער פון דעם האט געוואוסט
אהיימקלינגען האב איך געמוזט
כאטש ביטול תורה האט מיר בכלל נישט געגליסט (ניין ניין ניין)
איך האב געבעטן אז מ'זאל דעם כאלאט'ל נישט ווארפן אין מיסט
אהא! זאגט דער מנהל
ס'איז א יוצא מן הכלל
ביטול תורה איז נישט חל
ווייל איר ראטעוועט דעם פאל
א פארמעגן אבנארמאל
ר' יעקל מיט א שטראל
ענטפערט מיט מאראל
איך ראטעווע נישט, ווייל
די כאלאט מיט די מאטריאל
ליגט שוין לאנג אין אפפאל
אין א טרעקל ווייטע מייל
איך האב גערופן צי שפעט, פערצופאל
אבער זייט מיר מוחל מנהל
יעצט איז שוין טאקע ביטול תורה
איך דארף צוריקגיין אין קלאס
דער מנהל דערהייבט-נישט
און גלייבט נישט
עפעס איז דא קאפויע
האסט פארלוירן, ר' יעקל
יעדן שקל
און גייסט ווייטער כאילו לא היה
ר' יעקל אפוואשט-עס
מיט פשטות
איך בין בכלל נישט קיין העלד
ס'איז א פראבלעם
אבער פאר דעם
קומט מען אראפ אויף דער וועלט
זיינע אויגן גלאנצן
און טאנצן
דערציילנדיג זיין סוד'ל
דערמאנען זיך טו-איך
מיין משגיח
דער באקאנטער ר' גד'ל
ער פלעגט איינזייען
און שרייען
אז אין לעבן דאס הארץ אמאל קרענקט
דער בורא וועט געבן
א נסיון אין לעבן
קינדערלעך מיינע, געדענקט
די גאנצע תכלית פארוואס מען קומט אויף דער וועלט
איז פאר איין שווערע נסיון צו ווערן געשטעלט
אין די איין רגע איין
וועט עטס דארפן מחליט זיין
אויב מען וויל זיך פארלירן
אדער דאס בייצושטיין
היינט האט מען מיר אויסגעקליבן פון הימל צו זען
לאמיר אויסזעקלן יעקל'ן, און וואס וועט געשען
א ריזן פארלוסט האב איך
אבער איך האב באשלאסן ביי מיך
פארלירן געלט, אבער נישט פארלירן.... זיך
נסיון! נסיון! נסיון! איך בין שטערקער ווי דיך
אהא! זאגט דער מנהל
איר זענט א יוצא מן הכלל
דעם פולסטן הסכמה איך גיב-עס
די טיר ווערט פארקלאפט
שטיין דארט ער בלייבט
זיינע אויגן ער רייבט
מיט רגש וואס טרייבט
מיט עהרע געזאפט
יעצט האט ער זיך געכאפט
פארוואס מלמדים הייסן רבי'ס