ליפא׳ס אידיש נחת ft. Yossi Green & Yiddish Nachas Lyrics
- Genre:Pop
- Year of Release:2024
Lyrics
א טאטע מיטן קינד שמועסן
אויגן וואסער קוואלן גיסן
ביז עס וואקסט א קינד א זיסן
ס׳האט זיך אלעס געלוינט
דרכיה דרכי נועם
שלייפן מער ווי אבני שוהם
ביז מ׳איז די נחת טועם
ס׳האט זיך אלעס געלוינט
די ייידש נחת איז דיינס
די יידיש נחת איז מיינס
מיט פיל יידיש נחת באקרוינט
באקרוינט
די ארבעט פאר אידיש נחת
די תפילות פאר אידיש נחת
די טרערן פאר אידיש נחת
די שמחה פון אידיש נחת
הארוואניע פאר אידיש נחת
די געלטער פאר אידיש נחת
זיך טענהן פאר אידיש נחת
זיך ליבן מיט אידיש נחת
איך קוק צוריק די יום-טוב בילס
איך הער דיין דאווענען אין שוהל׳ס
איך וויל נאך אפיקומן דילס
ווייל ס׳האט זיך אלעס געלוינט
איך טראכט אויף מיטונג, מנהל, רבי, סקול
איך בין נאך שילדיג פון אמאהל
שכר לימוד פעימנטס יארן כ׳צאל
אבער ס׳האט זיך אלעס געלוינט
די אידיש נחת איז דיינס
די אידיש נחת איז מיינס
מיט פיל יידיש נחת באקרוינט
באקרוינט…
מיין קינד באלד וועסטו אויך פארשטיין ווי רייך איז
אזא אינוועסטמנט פיל מיט אידיש נחת
ביז מ׳ פארשטייט שוין
די ווייסע האָר די פנים קנייטשן
ס׳ האט זיך אלעס געלוינט
די ארבעט
פאר אידישע נחת
די תפילות
פאר אידיש נחת
די טרערן
פאר אידיש נחת
די שמחה
פון אידיש נחת
הארוואניע
פאר אידיש נחת
די גרויסע געלטער
פאר אידיש נחת
זיך אפילו טענהן
פאר אידיש נחת
נאכדעם זיך ליבן ליבן
שטארק פאר אידיש נחת
נישטא די ווערטער וואס קען זיין יוצא
דו ביסט מיין גרעסטע אוצר
אויב וואלט איך אנגעהויבן היינט פריש און רוי
וואלט איך גארנישט געטוישט
קענסט זיין זיכער
ביסט די בעסטע פונקט אזוי
באלד וועסטו אויך פארשטיין ווי רייך-איז
אזא אינוועסטמענט פיל מיט אידיש נחת
ביז מ׳פארשטייט-שוין
די ווייסע האָר
די פנים קנייטשן
און מ׳זאגט באמת
יוי..
ס׳האט זיך אלעס געלוינט
פאר די הייליגע, ערליכע, וואוילע
אידיש נחת
אסאך אידיש נחת
אמן!!