Chulent Lyrics
- Genre:World Music/Folklore
- Year of Release:2024
Lyrics
יעדע וואך אין שוהל, נאכן דאווענען,
יעדער איינער וויל, א קידוש פראווענען,
מ'ברענגט אריין לעקעך, ברוינפן, לחיים ולשלום,
הערינג טשולנט גאלער יאפטשיק, אלע מאכלים,
על כן ברך שרייט די גבאי מיט א גלעזעלע,
אבער פלוצלינג ווערט ער גאר א נערוועזעלע,
ווייל די זעלבע זאך געשעהט יעדע וואך פון פריש
ווען מ'לייגט ארויס די עסן אויפן טיש,
פונדערווייטנס זעהט ער די באקאנטע שנארער פישל,
זיצט ווי א מחותן ביים אויבן-אן טישל,
ער גיסט זיך אן א גאנצע פלעשל יין מבושל,
א גאנצע טאץ קאקאש קעיק גיבט ער א פארווישל.
דריי גאנצע הערינג פיש מיט אויל און צוויבל,
א פול'ע טאפ טשולנט, עסט ער אהן קיין איבל,
אויף גריוועלעך און קישקע איז ער א מסוגל,
און גרינגערהייט ענדיגט ער די איבעריגע קוגל.
די ועד בית מדרש זעצט זיך רעדן מיטן ראש הקהל
וויאזוי מאכט מען זיכער ס'געשעהט נישט נאכאמאל
פישל עסט אויף אלעס ער ליידיגט אויס די כלי,
און עס קאסט אויך די בעל שמחה א מטבייע'לע.
אונז מוז-מיר פטור ווערן פון דעם דאזיגן פארשוין,
דאס מוז זיך שנעל אויפהערן, יעצט, באלד, און שוין.
געזעצן און געטראכט ביז עס פאלט זיי איין,
א גוטע וועג ארויס, א פאנטאסטישן פלאן,
אז ווען פישל וועט די טשולנט און קוגל אויף זוכן,
וועט מען אים אנשטאפן מיט ביליגע קוכן,
מ'וועט האלטן אין איין ברענגען און אים נישט גיבן קיין ברעיק
טשאקלעט, קאקאש, רעינבאו און ספאנדש קעיק.
די נעקסטע וואך שבת קודש ביי דעם קידוש,
שטייען אלע ווארטן זעהן דעם גרויסן
חידוש,
פישל זעצט שוין ביי זיין פלאץ גרייט פאר זיין מלאכה
בורא מיני מזונות, שרייט ער אויס א ברכה.
ער הייבט אויף זיינע אויגעלעך צו רעכטס און לינק,
די גבאי גיבט דארט פאר א אינגערמאן'טשיקל א וואונק,
ער ברענגט אריין נאך א טאץ קאקאש פון די זייט,
און יעדער איינער האפט אז פישל איז שוין זאט.
פישל איז שוין פוהל, ער זיצט איבערגעבויגן,
אבער ווי נאר ער זעהט די טשולנט פון די עק פון זיינע אויגן,
ער הייבט אן צו עסן און דערשרעקט זיך נישט פון קיינער,
קארטאפלעך באנדלעך פלאנקען און אויך... מארעך ביינער.
געוואלד פרעגן אלע, פישל, איך יכול להיות?
ענטפערט פישל איך בין אייך מסביר וויאזוי איך טוה עס!
ער שיילט אויף די ערבל מיט די הענט ער גיבט א ווייז,
ער הייבט אן צו פארציילן מיט גרויס עקסטאז.
ביים רבי'ן יום טוב זענט עטס דאך אלע געווען,
די זעלבע זאך טוט זיך דארט יעדער קען דאס זען,
די שוהל איז אנגעפאקט מיט מענטשן מ'קען זיך קוים רירן,
אבער ווען די רבי קומט עפנט מען די טירן,
פלוצלינג איז דא פלאץ אויף אן אופן א ברייטער,
און רוהיגערהייט די רבי דורך גייט ער,
אפילו ווען מ'שטופט זיך און מ'כאפט א פלאץ ענדליך
אבער ווען די רבי קומט רוקט מען זיך פארשטענדליך
די זעלבע איז ביי מיר גיבט זיי פישל צו פארשטיין,
אפילו ווען איך בין שוין זאט פון קעיק גאר פיין,
אבער ווען די טשולנט קומט נאר אהער צו גיין,
מאכן די חסידים פלאץ און לאזן אים אריין
מיין ברודער אויב יעדע איד-ער האט ביי דיר חשיבות,
ווי דיין טשולנט, אדער סתם א חביבות,
אויב ער דארף א פלאץ, העלף אים און געדענק,
א איד לאזט מען אריין אפילו ס'שוין ענג.
מיר זענען אלע ברידער כל ישראל ערבין
מען העלפט זיך אויס און שוהל, אין הויז אין גאס בשעת'ן דרייוון
נעם אים אריין, א איד'ן האט מען ליב
אויב ס'דא פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ אין שטוב!